Skip to content

Barnahus Älvsborg

פֿיזישער שאָדן אָדער װײטיק װאָס זענען פֿאַרשאַפֿן װען מען שלאָגט, בריקעט, קנײַפּט אָדער שטופּט עמיצן הײסט גװאַלדטאַט. װען מען זאָגט מיאוסע זאַכן אָדער מאַכט דראָונגען װאָס רעגן דיך אױף אָדער זײַנען דיך מצער איז דאָס אױך גװאַלדטאַט.  אױב אַ דערװאַקסענער האָט געשלעכטיליכע באַציאונגען מיט אַ קינד איז דאָס אַ מין גװאַלדטאַט װאָס איז באַקאַנט אַלס סעקסועלע באעװלונג.  קינדער קענען װערן קרבנות פֿון גװאַלדטאַטן אין אַ סך פֿאַרשײדענע ערטער – אינדערהײם, אין דער שול, אָנלײַן אָדער אין זײער פֿרײַער צײַט.  קינדער מוזן שטענדיג קענען זאָגן “נײן” צו דערװאַקסענע און אַנדערע קינדער, און זײ מוזן דערלױבט װערן אױסצוזאָגן אױב עפּעס פֿילט זיך נישט ריכטיק.  קינדער האָבן תמיד אַ רעכט צו רעדן װעגן דעם װאָס איז מיט זײ און צו זאָגן עמיצן אױב זײ זײַנען געװען קרבנות פֿון גװאַלדטאַט.  דערװאַקסענע האָבן אַן אחריות זיך צוצוהערן צו זײ און צו פֿאַרזיכערן אַז זײ זאָלן באַקומען הילף.

װען אַ קינד אָדער אַ יוגנטלעכער קומט צו Barnahus איז דאָס װײַל אַ דערװאַקסענער איז באַזאָרגט פֿון זײַן אָדער איר געזונט און װאױלזײַן.  דער צװעק פֿון Barnahus איז צו שטעלן דאָס קינד אין מיטן אױספֿאָרשונג־פּראָצעס אין אַ זיכערער און קינד־פֿרײַטלעכער סביבה.  קינדער װאָס װי מען גלױבט זענען געװען קרבנות פֿון גװאַלדטאַט און באַעװלונג זאָלן נישט איבערגעגעבן װערן פֿון אײן אינסטאַנץ צו דער צװײטער און געצװאונגען װערן צו דערצײלן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל װאָס עס האָט פּאַסירט מיט זײ.  אין Barnahus קומען פּראָפֿעסיאָנאַלן צום קינד, און דאָס קינדס בעסטע אינטערעסן זײַנען תמיד די װיכטיקסטע זאַך. 

די סאָציאַלע דינסטן, די פּאָליצײַ, פּראָקוראָרן, דאָקטױרים פֿון דעם קינדס קליניק און פּסיכאָלאָגן פֿון קינד־און־ יוגנטלעכער־פּסיכיאַטריע (BUP) װערן צוזאַמענגעבטראַכט אונטער אײן דאַך אין Barnahus.  די סאָציאַלע דינסטן זוכן אונטער דאָס קינדס באַדערפֿעניש אין שוץ און שטיצע.  די פּאָליצײַ זוכט אונטער צי עס איז באַגאַנגען געװאָרן אַ פֿאַרברעכן קעגן דעם קינג.  אין Barnahus זײַנען דאָ אױך פּראָקוראָרן, דאָקטױרים און פּסיכאָלאָגן.  פּראָקוראָרן מאַכן אַלע באַשלוסן אין דער פּאָליצײַס פֿאָראױספֿאָרשונג פֿון פֿאַרברעכנס קעגן קינדער.  צום בײַשפּיל, זײ באַשליסן צי די פּאָליצײַ זאָל אױספֿרעגן דאָס קינד און צי דאָס קינד זאָל אױסגעפֿרעגט װערן אָן די עלטערן.  װען אַן אױספֿרעגונג קומט פֿאָר, ברענגט מען דאָס קינד אין Barnahus װאו ער אָדער זי רעדט צו אַ פּאָליצײַ־אױספֿרעגער.  דאָס הײסט אַ קינדער־אױספֿרעגונג.  דער געשפּרעך מיטן קינד װערט פֿאַרשריבן, און אַנדערע מענטשן פֿון די סאָציאַלע דינסטן קענען נאָכפֿאָלגן די אױספֿרעגונג דורך אַ טעלעװיזיע אין אַ דערנעבנדיקן צימער.  אַזױ קען דאָס קינד פֿאַרמײַדן זאָגן עדות אין געריכט , דאָס הײסט פֿאַרמײַדן דערצײלן נאָכאַמאָל װאָס עס איז געשען מיט אים אָדער איר. 

יעדעס קינד איז באַרעכטיקט צו אַ הײמישער סביבה װאָס איז פֿרײַ פֿון גװאַלדטאַט און בעאַװלונג.  די אַחריות פֿון זײער אַפּוטרופּוס איז צו פֿאַרזיכערן אַז זײערע באַדערפֿענישן און רעכט זײַנען נאָכגעקומען.